פֿינף חנוכּה־ליכטלעך הייבן זיך מיט גילדענע צינגעלעך איבער די אײַזיקע סקולפּטורן. און זיי צעשמעלצן זייער אײַזיקייט, ערשטנס די שנײענע מאַנטלען און דערנאָך דעם האַרטן אײַזפֿלאַך דערונטער.

פּײסי־נחמנען האָט דער קאָפּ זיך אַ דרײ געטאָן.

אונטערן גערינס קאַלט װאַסער לעשן די ליטכלעך זיך שיִער נישט אױס. אױף אַ הרף־⁠עין שטײען די סטאַטועס נאַקעט אין זײערע מירמעלנע קלײדער, אױף די טוממױערן אין דער בין־השמשותדיקער קעלט. אָבער תּוך־כּדי־דיבור קלײַבן די ליכטלעך אָן כּוחות און געבן פֿײַערדיק אַ לעק דעם שטײן.

פּײסי־נחמן איז ראַפּטעם אײַנגעשטאַנען פֿון זײַן אײַנעליש און געגאַפֿט מיט אױסגעגלאָצטע אױגן. װי אַזױ פּאָיאַװען זיך די שדישע חנוכּה־ליכטלעך? פֿינף ליכטלעך, נײן, זעקס מיטן שװאַכן פֿינקל פֿונעם שמשׂ, שװעבן װי רוחות, הױך איבער דער גאַס אינעם פֿרישן פֿינסטערניש.

זײַן ערשטער געדאַנק איז געװען „אַ גוטן שליטװעגס!“ לא תּעשׂה לך פּסל, זײ זײַנען נישט בעסער װי אַ צלם, אָט די אָ כּלומרשט־הײליקע: „פּעטרוס“, „פּאַולוס“, „מאַרקוס“, „יוחנן“, איז געווען אײַנגעקריצט אױף די פּאָסטאַמענטן. און צי איז די לעצטע געװען טאַקע אַ מאַטקע באָסקע? אָבער דער צװײטער געדאַנק האָט נישט פֿאַרשפּעטיקט, אים אין קאָפּ אַ שלאָג געטאָן װי אַ קלעפּל־קלונג: „דאָס זאָל גוט זײַן פֿאַר ייִדן?“ די בלינדע נאַכט האַלט בײַם אָנקומען. דער גלח פֿון דער אָ תּיפֿלה האָט ייִדן גאָר פֿײַנט; אױפֿצורײצן ייִדן־העצעס האָט ער טאַקע ליב.

פּײסי־נחמן האָט אַ קוק געגעבן גנבֿיש אױף לינקס אױף רעכטס. קײן אַנדער האָט נישט געזען דעם חזיון. געטריבן דורך? דער גאַס אַ געיאָגטער, איז ער צוגעלאָפֿן צום הױז פֿון די קאַצנעלענבאָגס, „בײַ וועמען ער פֿלעגט עסן טעג“. שױן פֿערשפּעטיקט: דאָס ליכט האָט דורכגעשטראָמט דורכן פֿענצטער, בלישטשענדיק אױף דער שנײיִקער גאַס נישט מיט קײן װאַקסן בײַשנות אלא װאָס זשע מיט אַ מאַכטיקער גאָלדענער זונענשײַן.

געװײַכט פֿון אַן אַװעקפֿאָרנדיקן שליטן איז ער צוגעשפּרונגען צו דער טיר און אַדורכגעשטאָמפּערט מיט אַ קראַך. „קומסט צו עלינו“ האָט בײלע־פֿרײדע מאָטלס אים געזאָגט, איר גלאָץ מער פֿאַרחידושט װי צעכּעסט. „מיר האָבן שױן אָנגעצונדן“. ער האָט זיך לאַנצירט נאָך אַ מאָל, און, דורכגעגאַנגען דעם לאַנגן פֿאָדערצימער, דערגייענדיק צום סאַלאָן.

האָט אַנטקעגן אים גשפּאַרט אַ כװאַליע װאַרעם פּונעם צימער אײַנגעהילט מיט דיקע טעפּעכער און פֿירהאַנגען, די ליכטלעך אױפֿן פֿענצטער־⁠ברעטל צעגיסנדיק זיך מיט היץ. אָט אָ דאָרטן, אױפֿן בעסטן פֿאָטעל, איז געזעסן אַן אַלטער ייִד.

לעבן אים האָט ר׳ מאָטל זיך אױפֿגעשטעלט פֿון דער קאַנאַפּע. „ר׳ אײַזיקל, אונדזער ישיבֿה־בחור פּײסי־נחמן. פּײסי־נחמן, אונדזער בכּבֿודיקער אורח, ר׳ אײַזיקל פֿון מיעלניק.“ פֿאַרסאָפּעט און פֿאַרחידושט, האָט פּײסי־נחמן געשװיגן ביז ער האָט סוף־כּל־סוף אַרױסגעבורטשעט „אַ כּבֿוד“, געבענדיק אַ קוק אױף דער מנורה. מיט אַ מאָל האָט ער אומבאַקלערטערהײט אין דער שװערער היץ לױז געמאַכט און אױסגעטאָן דעם מאַנטל.

„טאַקע, האָסט פֿאַרזאַמט“, האָט ר׳ מאָטל געזאָגט. „ר׳ אײַזיקל איז מקפּיד קלה כּחמורה, און האָט אָנגעצונדן באַלד װי ר׳איז אָנגעקומען.“

„ר׳ אײַזיקל“, האָט פּײסי־נחמן זיך פֿאַרטראַכט. „דער רבי אָן חסידים. װאָס זשע טוט ער דאָ?“

„ער איז צוגעפֿאָרן צו זײַן מליץ־יושר פֿאַר אונדז“, האָט ר׳ מאָטל אָפּגעענטפֿערט, כּאילו ער װאָלט עהערט דעם קלער.

„אָבער ר׳ אײַזיקל איז נישט קײן שתּדלן װאָס קען פֿאַרטײדיקן פֿאַרן גראַף“, האָט פּײסי־נחמן זיך אַרױסגעכאַפּט, אין גאַנצן פֿאַרגעסנדיק אַז פֿאַר אים זיצט אַ חשובֿער רבֿ, שױן אָפּגערעדט פֿון אַ קהלשן פּרנס.

„נײן“, האָט דער רבֿ געזאָגט, בכלל נישט אױפֿגערודערט פֿון דער אומהעפֿלעכקײט. ר׳ אײַזיקל האָט נישט דעם אױסזע פֿון קײן יענװעלטיקן, אלא פֿון אַ געװײנטלעכן חי־וקים. צי איז ער ביכולת צו שטײן צװישן די גבֿירים װען זײ קומען טענהן אין דעם פּריצעס הױף?

„איך בין בלױז צוגעקומען פֿאַר דער תּפֿילה שבת־חנוכּה בײַ נאַכט“, האָט דער רבֿ אים געזאָגט.

פּרײַכנדיק שױן װײניקער, האָט פּײסי־נחמן זיך פֿאַרהיקעט „אָבער הרבֿ, רבי…“ און געשװיגן. אַ געדױער פֿון האַלבער אַ מינוט, אַן אָנדערטהאַלב, בשעת ס׳האָבן זיך פֿאַרפֿרױרן צוגעקוקט ר׳ אײַזיקל און ר׳ מאָטל, און דערצו בײלע־פֿרײדע פון דער טיר. געכריפּעט פּײסי־נחמן: „זײַט מוחל, כ׳האָב געזען אַ שרעקלעכעכן חזיון… דאָס הײסט, נישט קײן שרעקלעכס, כ׳האָב נישט ליב יענעם ביסקאָפּ און זײַנע געטשקעס. און װי אַזױ קענען ליכטלעך איבערשרעקן? אָבער טאָמער כאַפּן זיך די גױם װאָס איז געשען, װעט אונדז טרעפֿן דאָס ערגסטע.“

אַלע האָבן אים נישט־באַנעמענדיק אָנגעקוקט. „װאָס האָט איר אױסגעאַרבעט?“ האָט ער געזאָגט.

„אױסגעאַרבעט“, האָט ר׳ אײַזיקל געענטפֿערט אַ פֿאַרפּלאָנטערטער. „איך האָב נאָר אָנגעצונדן לי ליכטלעך. אַ פּנים האַלטסטו אַז אַ פּשוטער דאָרף־רבֿ האָט עפּעס אַ כּוח צו פֿאַרװאַרפֿן אַ קללה אױף די גױם. אמת, איך האָב זיך באַמיט אין נסתּרות, אָבער אָקערשט האָב איך נאָר געזאָגט די ברכות, פּונקט אַזױ װי עס טוט אַבי װאָסער ייִד. איך בין דאָ־הי נאָר תּפֿילה צו טאָן.“

„שבת בײַ נאַכט װעלן מיר בעטן בײַם רבונו־⁠של־⁠עולם אַז סע זאָל אונדז געראָטןאין דער אױדיענץ בײַם גראַף“, האָט רב מאָטל אַרײַנגעלײגט. „ר׳ אײַזיקל איז אונדז מכבד אַז ר׳האָט באַװיליקט אונדז צו העלפֿן“.

„כ׳האַלט נישט בײַם פֿאַרכּישופֿן קײנעם, צי ייִד צי גױ, צי גלח צי גראַף“.

״כ׳װײס נישט װאָס אונדזער פּײסי־נחמן האָט געזען“, האָט בײלע־פֿרײדע צוגעגעבן אַ װאָרט, „אָבער ס׳איז געשען פּונקט בשעת דער רבֿ האָט געזאָגט די ברכה“. דרײַ קעפּ האָבן זיך אַרומגעדרײט. „װאָס האָסטו געזען אין דרױסן?“

זי האָט נישט אָפּגעװאַרט קײן ענטפֿער, אלא אָנגעכאַפּט איר פּעלצהיטל און מאַנטל און זיך אַרױסגעלאָזט אין וועג אַרײַן. די מענער האָבן איר נאָכגעגאַפֿט אַ רגעלע און נאָכגעלאָפֿן אין די בלױזע אַרבל.